געהאַט אַ טאַטע מאַאַמע, און שײנינקע שװעסטערלעך דרײַ,
אװעך מיטן רױך און פֿלאמען, געבליבן בין איך איצט אלײן.
איך דרײ די קאַטערינקע, און שפּיל הײַנט פֿאַר אײַך מיט קוראַש,
װײַל מאָרגן קאָן זײַן אין טרעבלינקע, װעט װערן פֿון אונדז אַ באַרג אַש.
דער הונגער איז אַ צער, מיט טױטע פֿאַרסײט איז דער ברוק,
אױ ייׅדן בני רחמנים, עס װילט זיך נאָך לעבן אַ טאָג.
מײַן קאָל די לופֿט צערשמעטערט, פֿון מאָרגן ביז שפּײט אין דער נאַכט,
פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דאָס געטאָ, און די װאָ האָבן עס אױסגעטראַכט.
מען רױדעפֿט אונדז װי חיות, דאָס לעבן איז װי אין אַ טום,
עס װיגן זיך שרבנות אױף תּליות, צום טײַפֿל עס שײַנט נאָך די זון.
פֿון הערצן ברױסט אַ פֿײַער, גענוג אונדז געקױלעט װי שאָף,
אױ ייׅדן נעמט די שפּײַעדס, און קומט לאָמיר מאַך אַ סוף.
דרײ איך די קאַטערינקע, פֿאַרשפּיל אונדזרע לײַדן און נױט,
װײַל אײדער צו גײן אין טרעבלינקע, איז בעזער אין קאַמף פֿאַלן טױט.

×
Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.