מיר זיינען ערשט נעכטן געגאנגען
יאגעדאס קלײַבן אין וואלד.
געזונט זײַ מיין ליבע, מיין שיינע,
כ׳גיי אפן פראָנט אוועק באלד…
– מיר האָבן אין וואלד געשפאצירט,
קווייטן געריסן, און בלומעּן,
אוי, טײַערער מײַנער און ליבער,
געזונט פונעם פראָנט זאָלסטו קומען…
– ס׳הייבט שוין אָן ,ליבע, צו טאָגן,
עס ווערן פארלאָשן די שטערן.
היטלערן וועל איך דערשלאָגן
נאכדעם אהיים זיך אומקערן…
– אָט איז שוין די זון אויפגעגאנגען,
ליכטיק וועט ווערן דער וועלט.
נויקעם זיך אין די פאשיסטן
ז׳קום מיט אנ׳אָרדען מײַן העלד…
– קומען וועל איך מיט אן אָרדען,
און מיטן ענדגילטיקן זיג…
טײַערס! גענוג מיך בייגלייטן,
קער זיך אהיים שוין צוריק.
– אהיים וועל איך שוין זיך אומקערן
און דיר א געטרײַער פארבלײַבן,
נאָר טײַערע מײַנער און ליבער,
אָפט זאָלסטו בריוועלעך מיר שרייבן...
יאגעדאס קלײַבן אין וואלד.
געזונט זײַ מיין ליבע, מיין שיינע,
כ׳גיי אפן פראָנט אוועק באלד…
– מיר האָבן אין וואלד געשפאצירט,
קווייטן געריסן, און בלומעּן,
אוי, טײַערער מײַנער און ליבער,
געזונט פונעם פראָנט זאָלסטו קומען…
– ס׳הייבט שוין אָן ,ליבע, צו טאָגן,
עס ווערן פארלאָשן די שטערן.
היטלערן וועל איך דערשלאָגן
נאכדעם אהיים זיך אומקערן…
– אָט איז שוין די זון אויפגעגאנגען,
ליכטיק וועט ווערן דער וועלט.
נויקעם זיך אין די פאשיסטן
ז׳קום מיט אנ׳אָרדען מײַן העלד…
– קומען וועל איך מיט אן אָרדען,
און מיטן ענדגילטיקן זיג…
טײַערס! גענוג מיך בייגלייטן,
קער זיך אהיים שוין צוריק.
– אהיים וועל איך שוין זיך אומקערן
און דיר א געטרײַער פארבלײַבן,
נאָר טײַערע מײַנער און ליבער,
אָפט זאָלסטו בריוועלעך מיר שרייבן...
×
